Sunday, September 20, 2015

מיין טייבעלע





ווערטער: יוסף קערלער
מוזיק לייב קאָגאַן
זינגט: זינאָווי שטלמאַן

*

"מיין טייבעלע"

טייבעלע, טייבעלע,
פלי ניט אַוועק נאָך
גיב מיר אַ פעדערל,
גיב מיר

דיין ווייסינקן פעדער
אין מיין בלוט כ'וועל טונקען
און שרייבן אַ בריוו
צו מיין ליבער

ס'בענקט דאָס בעריאָזקעלע,
אונדזער בעריאָזקעלע
ציטערט מיט
אַיעדער צווייגעלע!

ס'בענקט נאָך די טריט אירע
יעטווידער סטעזשקעלע
איז ווי קאָן מען, האַרץ,
דען פאַרשווייגן עס?

פלי זשע, מיין טייבעלע,
פלי זשע, מיין טייערע,
טראָג מיין בריוו דורך
בערג און טאָלן

און אויב זי וועט מוזן
לאַנג זיך פאַרזאַמען,
טאָ זאָל זי כאָטש קומען
צו חלום.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home