Friday, September 09, 2005

האַ

YOYSEF


האַ?

פאָטער האַרציקער,
טוטס אַ שליידער אויף אונדז
די עלטער,
ווי דעם ווינטער אין ירושלים
גלייך דיינע הימלען
וואָלסטו אַ שניט געטאָן
מיט אַ שאַרפן בליץ
אין ביינאַכטיקע פענצטער
פון פאַרשלאָפענע הייזער...

זי קומט, די עלטער,
מיט געוואוי און געדריי
פון ווינט און פון שניי
אַן אמתער מבול!

אַ מבול!

אָבער מ'זעט נאָך דערוויילע ניט
די לכטיק־ווייסע טויב
מיטן לאָרבער־צווייגעלע
אין שנעבעלע!

ס'לוינט זיך אפשר אויסוואַרטן,
אַביסעלע,
האַ?



Yerusholayim

0 Comments:

Post a Comment

<< Home