Monday, June 06, 2005

און פון דער זייט מיין שמייכל בלייבט אַליין

יוסף קערלער


186




ע פּ י ט אַ פ י ע ס


אומשטערבלעכקייט

?צו וואָס האָסטו געבלאָזן זיך, מיין פריינט
פון אַלע גרויסקייטן פאַרבלייבן שערבלעך
און איבער אַלע אייביקייטן, ווי מיר שיינט,
איז נאָר די שטאַרביקייט – אומשטערבלעך. י

*

אָמאַר חאַיאַם

,אמר חיים – זאָגט רעב חיים
אַז גאָט וועט, זאָגט ער, מירטשעם, געבן,
פאַרשפּאָרט מען, זאָגט ער, שוין צו שרייען

ס'וועט זיין שוין אָפּגעזאָגט דאָס לעבן. י

*

אַ גוט וואָרט

כ'האָב לאַנג דעם זכות פאַר אים געזוכט
אין מיין פאַרטרויערטער נשמה

קיין טרפות האָט ער קיינמאָל נישט פאַרזוכט.
ניט בענטשנדיק דערביי זיין ליבן נאָמען!.. י

*

...געווען איז ער

ביים קבר וואַקסט אַ קיפּאַריס
און טוט זיין רו באַוואַכן,
געווען איז ער אַ הומאָריסט.
נישטאָ שוין וואָס צו לאַכן... י

*

טאַלאַנט

פאַרנויג דיין קאָפּ מיט מיר באַנאַנד
און זאָל נישט זיין דערווידער:
צעטרענצלט האָט ער איין טאַלאַנט
אויף מער ווי טויזנט לידער. י

*

גאַליק

,מיין גאָט
זאָלסט אים זיין גאַליקייט פאַרגעבן:
ווען נישט זיין ביטערער כאַראַקטער,
וואָלט אים דען זיס געווען דאָס לעבן? י

*

דער מענטש

דער מענטש פון וואָרט און טאַט
האָט ענדלעך זיך באַרוט.
זאָל זיין אים דאָרטן גוט,
כאָטש דאָ איז גאָרניט גלאַט:
ביז היינט – זיין וואָרט און טאַט,
זיי קריגן זיך ביז בלוט. י

*

ס'איז פינצטער

?ער איז אַוועק, צו וואָס דאָס קלאָגן איצטער
ס'איז ווינד־און־וויסט און ס'בלייבט ווי שטענדיק פינצטער.
פון זיין למדנות וואָלט די וועלט געוואָרן ליכטיק,
צו וואָס האָט ער פאַרנומען זיך מיט דיכטונג?.. י

*

געפאַלן

,געפאַלן איז אַ דעמב
געפאַלן איז אַ שטערן
און ס'פאַלן אומבאַהאָלפן
מיינע טרערן: י

געפאַלן איז אַ מענטש,
מיט אים צוזאַמען –
אונדזער לעצטער גלויבן,
אַז ער וועט זיך אַמאָל
צו מענטשלעכקייט דערהויבן. י

* * *

מיין עפּיטאַפיע

כל־הדברים יגיעים

מיין עפּיטאַפיע איז אַ ווילד געוויקס
אין קעניגרייך פון טרויער און באַדויער

אַ שמייכל שלייכט פאַרביי זיך ווי אַ פוקס
און ווערט פאַרפאַלן צווישן שטיינער גרויע.

דאָ שלאָגט זיך אָפּ דאָס מענטשלעכע געוויין
אין שטומקייט, וואָס אַן אייביקייט זיך ציט
און פון דער זייט מיין שמייכל בלייבט אַליין
ווען אַלע ווערטער, אַלע ווערטער ווערן מיד.
י



czy143

0 Comments:

Post a Comment

<< Home