Wednesday, October 06, 2004

שמחת תורה, א לאגער-ליד

Yoysef, Moskve 1960

יוסף קערלער


אַ לאַגער־ליד

כאָטש מיר זענען
,זייער ווײַט פון פרייד
ווײַט פון פאַרגעניגן
לאָמיר, ברידער, שטילינקערהייט
:אַ זינג טאָן אונדזער ניגון

שמחת תורה
אַלץ איז דאָך כדאי
אויף דער וועלט דער גרויסער
אין דער ווייטער, זייער ווייטער פרײַ
...קלינגען גילדענע כוסות

,ס'איז דער חושך שוין אַזוי געדיכט
,ס'באַהאַלטן זיך די שטערן
ס'וועט זיך אָבער
– דורכברעכן דאָס ליכט
.ווײַט וועט נאָענט ווערן

וואָרקוטאַ 1953 – ירושלים 1993


Old City V. Sonin

0 Comments:

Post a Comment

<< Home