Saturday, March 10, 2007





אויפן וועג שטייט אַ בוים

אויפן וועג איז אַ בעריאָזקעלע געוואַקסן
און דער ווינט האָט עס געבויגן ביי די אַקסל:
איי־ליו־ליו, איי־ליו־ליו געבויגן
ביי די אַקסל אירע דינינקע און צאַרטע.
וואָלט עס פליגל וואו געקראָגן כאָטש געגאַרטע,
וואָלט עס דאָך מיט מיר אַוועקגעפלויגן.
איי־ליו־ליו – מיט מיר אַוועקגעפלויגן
צו דעם לאַנד אין שליאַכן אויסגעחלומט,
צו דעם לאַנד אין שלאַכטן אויסגעשלומט,
צו דעם לאַנד פון מיינע קינדסקינדער און אבות.

איז דאָך דאָס ניט מער ווי אַ קאַטאָוועס!
איי־ליו־ליו – ניט מער ווי אַ קאַטאָוועס.

אויפן וועג שטייט אַ בעריאָזקעלע געבויגן,
כ'פלי פאַרביי –
פאַרוויינט זענען די אויגן.
איי־ליו־ליו – פאַרוויינט זענען די אויגן.


1969


Saturday, September 16, 2006

<>

DAVKEI~1

אַ קורצער אָפּרוף אויף רוסיש

איך בין קיין מלאך ניט
און כ'לעב ניט צווישן קיין מלאכים
נאָר דאַנק און לויב דעם אייבערשטן –
די אויגן מיינע
זיינען ניט פאַרשטאָכן
כ'זאָל שווענקען זיך אין ביטערניש
פון גרייז־און־גרוי,
אַ נאַקעט־עלנטער
כדי אַרויס אַ ריינער
ווי ס'גראָז נאָך אַ פרימאָרגן טוי,


נאָר יענע לייט...
יאָ, יענע לייט געמיינע,
וואָס האָבן צוגערויבט מיין צוטרוי –
זאָלן זיי געזונט זיין
עד מאה ועשרים,
פאַר מיר זיינען זיי שוין
פון לאַ-אַ-נ-ג אַוועק, –
קען מען דען האָבן טענות צו די טויטע?..
ניט מער – מע דאַרף געהיט זיין
דווקא איצט –


ס'גיהנום פלאַקערט, פייער־פונקען שפּריצן
און ס'טריפט מיט גיפטיק־הייסער סלינע,
מיט גאַל מיט גרינער
טאַקע פון דער זעלבער
אומגעלומפּערטקייט פון קנאה.

Friday, August 18, 2006

אױפן שטענגל

<>

white flower
© RGV


אױפן שטענגל

אױפן שטענגל
אַ ליכטיק װייסע בלום
זי הערט ניט אױף צו שטראַלן
גלייך אַ ציטערדיקע אױסגעפּוצטע כלה
װאָלט מען צו די חופּה־שטאַנגען פירן.
אָבער הערט אַ מעשה
װאָס מער איך בליק זיך איין
אין אָט דער רױז דער װייסער
אַלץ מער און מער באַראַשן מיך
פאַרשײדענע פילפאַרביקע
קאָלירן,
ביז כ'קום װי ס'דאַכט
צום ענדלעכן סך־הכל:
כ'װעל, חלילה, ניט אַראָפּ פון גלייכן זינען
אױב כ'װעל די גלייכע צאָל
פון די קאָלירן נישט געפינען.


Friday, September 09, 2005

האַ

YOYSEF


האַ?

פאָטער האַרציקער,
טוטס אַ שליידער אויף אונדז
די עלטער,
ווי דעם ווינטער אין ירושלים
גלייך דיינע הימלען
וואָלסטו אַ שניט געטאָן
מיט אַ שאַרפן בליץ
אין ביינאַכטיקע פענצטער
פון פאַרשלאָפענע הייזער...

זי קומט, די עלטער,
מיט געוואוי און געדריי
פון ווינט און פון שניי
אַן אמתער מבול!

אַ מבול!

אָבער מ'זעט נאָך דערוויילע ניט
די לכטיק־ווייסע טויב
מיטן לאָרבער־צווייגעלע
אין שנעבעלע!

ס'לוינט זיך אפשר אויסוואַרטן,
אַביסעלע,
האַ?



Yerusholayim

Monday, June 06, 2005

און פון דער זייט מיין שמייכל בלייבט אַליין

יוסף קערלער


186




ע פּ י ט אַ פ י ע ס


אומשטערבלעכקייט

?צו וואָס האָסטו געבלאָזן זיך, מיין פריינט
פון אַלע גרויסקייטן פאַרבלייבן שערבלעך
און איבער אַלע אייביקייטן, ווי מיר שיינט,
איז נאָר די שטאַרביקייט – אומשטערבלעך. י

*

אָמאַר חאַיאַם

,אמר חיים – זאָגט רעב חיים
אַז גאָט וועט, זאָגט ער, מירטשעם, געבן,
פאַרשפּאָרט מען, זאָגט ער, שוין צו שרייען

ס'וועט זיין שוין אָפּגעזאָגט דאָס לעבן. י

*

אַ גוט וואָרט

כ'האָב לאַנג דעם זכות פאַר אים געזוכט
אין מיין פאַרטרויערטער נשמה

קיין טרפות האָט ער קיינמאָל נישט פאַרזוכט.
ניט בענטשנדיק דערביי זיין ליבן נאָמען!.. י

*

...געווען איז ער

ביים קבר וואַקסט אַ קיפּאַריס
און טוט זיין רו באַוואַכן,
געווען איז ער אַ הומאָריסט.
נישטאָ שוין וואָס צו לאַכן... י

*

טאַלאַנט

פאַרנויג דיין קאָפּ מיט מיר באַנאַנד
און זאָל נישט זיין דערווידער:
צעטרענצלט האָט ער איין טאַלאַנט
אויף מער ווי טויזנט לידער. י

*

גאַליק

,מיין גאָט
זאָלסט אים זיין גאַליקייט פאַרגעבן:
ווען נישט זיין ביטערער כאַראַקטער,
וואָלט אים דען זיס געווען דאָס לעבן? י

*

דער מענטש

דער מענטש פון וואָרט און טאַט
האָט ענדלעך זיך באַרוט.
זאָל זיין אים דאָרטן גוט,
כאָטש דאָ איז גאָרניט גלאַט:
ביז היינט – זיין וואָרט און טאַט,
זיי קריגן זיך ביז בלוט. י

*

ס'איז פינצטער

?ער איז אַוועק, צו וואָס דאָס קלאָגן איצטער
ס'איז ווינד־און־וויסט און ס'בלייבט ווי שטענדיק פינצטער.
פון זיין למדנות וואָלט די וועלט געוואָרן ליכטיק,
צו וואָס האָט ער פאַרנומען זיך מיט דיכטונג?.. י

*

געפאַלן

,געפאַלן איז אַ דעמב
געפאַלן איז אַ שטערן
און ס'פאַלן אומבאַהאָלפן
מיינע טרערן: י

געפאַלן איז אַ מענטש,
מיט אים צוזאַמען –
אונדזער לעצטער גלויבן,
אַז ער וועט זיך אַמאָל
צו מענטשלעכקייט דערהויבן. י

* * *

מיין עפּיטאַפיע

כל־הדברים יגיעים

מיין עפּיטאַפיע איז אַ ווילד געוויקס
אין קעניגרייך פון טרויער און באַדויער

אַ שמייכל שלייכט פאַרביי זיך ווי אַ פוקס
און ווערט פאַרפאַלן צווישן שטיינער גרויע.

דאָ שלאָגט זיך אָפּ דאָס מענטשלעכע געוויין
אין שטומקייט, וואָס אַן אייביקייט זיך ציט
און פון דער זייט מיין שמייכל בלייבט אַליין
ווען אַלע ווערטער, אַלע ווערטער ווערן מיד.
י



czy143

Wednesday, October 06, 2004

שמחת תורה, א לאגער-ליד

Yoysef, Moskve 1960

יוסף קערלער


אַ לאַגער־ליד

כאָטש מיר זענען
,זייער ווײַט פון פרייד
ווײַט פון פאַרגעניגן
לאָמיר, ברידער, שטילינקערהייט
:אַ זינג טאָן אונדזער ניגון

שמחת תורה
אַלץ איז דאָך כדאי
אויף דער וועלט דער גרויסער
אין דער ווייטער, זייער ווייטער פרײַ
...קלינגען גילדענע כוסות

,ס'איז דער חושך שוין אַזוי געדיכט
,ס'באַהאַלטן זיך די שטערן
ס'וועט זיך אָבער
– דורכברעכן דאָס ליכט
.ווײַט וועט נאָענט ווערן

וואָרקוטאַ 1953 – ירושלים 1993


Old City V. Sonin

Wednesday, September 15, 2004

YASH! א גלעזעלע יש

אַ גלעזעלע יש

,ווען איך נעם אַ גלעזעלע יש, אוי, אוי
!פינקלט אַלץ און גלאַנצט
כ'גיב אַ וואָרף די פּוסטע פלאַש
!און איך גיי אַ טאַנץ

,אוי, אוי, צוקער־זיס
:האַלט מיך ביי די הענט
,ס'פלעכטן בייגעלעך די פיס
!די נשמה – ברענט

,וואָס מיר שוויגער, וואָס מיר ווייב, אוי, אוי
!ווייס איך זיי - די שלעק
,מיטן ערשטן קעלישעק וויין, אוי, אוי
!שווימען זיי אַוועק

,אוי, אוי, צוקער־זיס
,ברידער, קומט אין קאָן
,לאָמיר ווייזן קינד־און־וויסט
!וואָס אַ קבצן קאָן

,וואָס מיר דאגות, וואָס מיר זאָרג, אוי, אוי
,שטראָף ניט פאַר די רייד
,גיב מיר, גאָטעניו, אויף באָרג, אוי, אוי
.כאָטש א טראָפּן פרייד

,אוי, טאטע, צוקער־זיס
,ס'רעדעלע זיך דרייט
– ס'קאָסטן צרות האַלב אומזיסט
!שפּרינגט צעזעצטערהייט

,ווען איך נעם אַ גלעזעלע יש, אוי, אוי
.בין איך גאָר ניט דער
כ'גיב אַ וואָרף די פּוסטע פלאַש
.און איך גיי א שער

,אוי, אוי, צוקער־זיס
:האַלט מיך ביי די הענט
,ס'פלעכטן בייגעלעך די פיס
!די נשמה ברענט


Korenblit 1967b



ФРЕЙЛЕХС

Стоит мне винца отведать,
А винцо не квас, —
Я пустой стакан бросаю
И пускаюсь в пляс.

Ой, горит душа, но в праздник
Выпить не порок.
За руки меня держите:
Я без задних ног.

Что мне жинка? Что мне теща?
Ну их к сатане!
После первого стакана
Все они — на дне.

Ой, горит душа, но в праздник
И бедняк — богач.
Знайте наших! С пляской-фрейлехс
Я пускаюсь вскачь!

Что мне муки? Что напасти?
Все мне нипочем!
Боже! Дай хоть на копейку
Радости взаем!

Ой, горит душа, но в праздник
Веселится мир...
Ах, кому продать несчастья?
Славен этот пир!

Если я хоть каплю выпью,
Я совсем другой:
То я в пляске выше крыши,
То я гнусь дугой.

Ой, горит душа, во в праздник
Выпить бог велит:
У меня болело сердце,
Выпил — не болит!

Перевод Г. Абрамов