Saturday, September 04, 2010





* * *

יענער לאַנגער זומערטאָג

פון די ווייטע קינדער־יאָרן

אינעם שטראָם פון פּיין און פּלאָג

האָט ביז היינט זיך ניט פאַרלאָרן


טראָפּן פרייד אין ים פון טרויער

יענער טאָג ביז היינט געדויערט


יענער זומערטאָג דער לאַנגער

פון דער ווייטער בלוי זיך וויקלט

דורך געוויין און דורך געזאַנגען

ביז צום שמייכל פון דער זיקנה


1991