Saturday, September 16, 2006

<>

DAVKEI~1

אַ קורצער אָפּרוף אויף רוסיש

איך בין קיין מלאך ניט
און כ'לעב ניט צווישן קיין מלאכים
נאָר דאַנק און לויב דעם אייבערשטן –
די אויגן מיינע
זיינען ניט פאַרשטאָכן
כ'זאָל שווענקען זיך אין ביטערניש
פון גרייז־און־גרוי,
אַ נאַקעט־עלנטער
כדי אַרויס אַ ריינער
ווי ס'גראָז נאָך אַ פרימאָרגן טוי,


נאָר יענע לייט...
יאָ, יענע לייט געמיינע,
וואָס האָבן צוגערויבט מיין צוטרוי –
זאָלן זיי געזונט זיין
עד מאה ועשרים,
פאַר מיר זיינען זיי שוין
פון לאַ-אַ-נ-ג אַוועק, –
קען מען דען האָבן טענות צו די טויטע?..
ניט מער – מע דאַרף געהיט זיין
דווקא איצט –


ס'גיהנום פלאַקערט, פייער־פונקען שפּריצן
און ס'טריפט מיט גיפטיק־הייסער סלינע,
מיט גאַל מיט גרינער
טאַקע פון דער זעלבער
אומגעלומפּערטקייט פון קנאה.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home