Friday, August 18, 2006

אױפן שטענגל

<>

white flower
© RGV


אױפן שטענגל

אױפן שטענגל
אַ ליכטיק װייסע בלום
זי הערט ניט אױף צו שטראַלן
גלייך אַ ציטערדיקע אױסגעפּוצטע כלה
װאָלט מען צו די חופּה־שטאַנגען פירן.
אָבער הערט אַ מעשה
װאָס מער איך בליק זיך איין
אין אָט דער רױז דער װייסער
אַלץ מער און מער באַראַשן מיך
פאַרשײדענע פילפאַרביקע
קאָלירן,
ביז כ'קום װי ס'דאַכט
צום ענדלעכן סך־הכל:
כ'װעל, חלילה, ניט אַראָפּ פון גלייכן זינען
אױב כ'װעל די גלייכע צאָל
פון די קאָלירן נישט געפינען.


0 Comments:

Post a Comment

<< Home