Tuesday, January 24, 2017

נאכאמאל

יוסף קערלער
ווינטשעוואַניעס
– ,וואָס כ'קאָן ווינטשן מיינע שונאים
,זאָלן זיי פאַרמאָגן
,נאָר קיין הונגער ווינטש איך ניט
.למאי זאָל איך אייך זאָגן

זאָל זיך ברעכן זייער טיש
,פון די פליישן, פון די פיש
,פון די טייערע מאכלים
,וואָס איך זע זיי ניט אין חלום
– פון די ווײַנען און געבעקסן
!ס'איז ניט ווערט ביי מיר קיין זעקסער
– נאָר ניט שטראָף מיך פאַר די רייד
,כ'ווינטש זיי ניט ביים טיש קיין פרייד
און קיין ברעקל פאַרגעניגן
.זאָלן זיי ביים טיש ניט קריגן

– ,וואָס כ'קאָן ווינטשן מיינע שונאים
,זאָלן זיי פאַרמאָגן
,אויך אַ דאַך איבערן קאָפּ
.למאי זאָל איך אייך זאָגן

,ניט קיין דאַך – פּאַלאַצן גאַנצע
,סיי צום זיצן, סיי צום טאַנצן
,ספּאַלניעס, העלפאַנדביין – די בעטן
,שפּיגלען, ליוסטרעס און קלאָזעטן
– רייכע טעפּיכער טערקײַער
!ס'איז ניט ווערט ביי מיר קיין דרײַער
נאָר קיין שלאָף זאָל זיי ניט נעמען
– אויף די בעטן די באַקוועמע
,זאָלן זיי זיך דרייען, דרייען
!און די נאַכט זאָל ניט פאַרגייען

– ,וואָס כ'קאָן ווינטשן מיינע שונאים
,זאָלן זיי פאַרמאָגן
,נאָר די קינדער שעלט איך ניט
.למאי זאָל איך אייך זאָגן

,אײַ, דער טאַטע איז אַ הונט
?וואָס האָב איך צום קינדס געזונט
,יעדעס קינד איז ריין און שיין
,ריין און שיין און מלא־חן
,פריש און זיס ווי דער פרימאָרגן
!נאָר דאָס גוטס – אין זיי פאַרבאָרגן
– אויך דעם שונאס קינד איך בענטש
,זאָל עס אויסוואַקסן אַ מענטש
און דער שאָטן פון זיין טאַטן
!זאָל חלילה אים נייט שאַטן


Lissitzky KHAD GADYO

Иосиф Керлер

ПОЖЕЛАНИЕ

Пусть враги владеют всем,
чем они уже владеют.
Но голодный стол — зачем?
пусть имеют что имеют.
Пусть в обед у них индейки,
фаршированные шейки,
вдоволь зелий и сластей,
вдоволь рыбы без костей,
что мне сласти да индейки —
я не дал бы и копейки.
А желать — так только малость
пожелать хочу врагам:
чтобы сладость им не в радость,
чтобы мед не по губам!

Пусть враги владеют всем,
чем они уже владеют.
Но холодный дом — зачем?
пусть имеют что имеют.
Пусть живут в больших палатах
для приемов и парадов,
где один ковер узорный
от гостиной до уборной,
где подушки как ватрушки —
я не дал бы и полушки.
А желать — так только малость
пожелать хочу врагам:
чтобы праздность им не в радость,
чтобы пух не по бокам!

Пусть враги владеют всем,
чем они уже владеют.
Но худых детей — зачем?
пусть имеют что имеют.
Это верно, что отец —
вор, доносчик и подлец,
но ребенок, он невинен,
простодушен и наивен,
и скажу без дураков:
я не враг детей врагов.
Пусть растут и вырастают,
из-под крыши вылетают
от отца, от подлеца,
нет прекраснее конца!

Перевод О. Чухонцева

Wednesday, September 30, 2015

?צי געדענקסטו




צי געדענקסטו?

ווערטער: יוסף קערלער
מוזיק: לב )לייב) קאָגאַן
זינגט: בנימין חייטאָווסקי (כאַיאַטאַוסקאַס(
רעקאָרדירט אין מאָסקווע 1964


אָט־דאָ האָב איך אין גרינעם וואַלד
געטראָפן דיך, מיין טייבעלע,
געפלאַטערט האָט אין מיר דאָס האַרץ
צי וועסטו זיין מיין ווייבעלע?

פון יענעם טאָג פאַריבער איז
אַזוי פיל יאָר פון פרייד און לייד
און טקע דאָ און טקע דאָ,
דערמאָנען מיר זיך שטילערהייט...

דאָס טייער' שטעטעלע
פון בלויז טרעטעלע,
באַרג ביים ברונעמל,
שטילע שעה 

און די לבנה שיינט
נאָר זי קאָן עדות זיין
ווען דו האָסט שעמעוודיק
רויסגעשעטשעט: יאָ.

אָט־דאָ האָט אונדזער דודל
געלערנט אויפן פידעלע 
געדענקסטו, ווי ער האָט פאַר אונדז
שפּיל געטאָן דאָס לידעלע?

פון דאַנען איז אַמאָל אַוועק
אין שלאַכטן אונדזער שמערעלע,
און האָט זיך מער ניט אומגעקערט,
געפאַלן ווי שטערנדל...

מיין טייער היימעלע 
אין יעדער ביימעלע,
אין יעדער שטיינדעלע
איז אונדזער בלוט.

ווי אונדזער אויג אין קאָפּ
מיר היטן טריי דיך אָפּ
זאָל זיין מיין היימעלע,
זאָל שטענדיק זיין דיר גוט!

אָט־דאָ האָט מען די חתונה
געפּראַוועט אונדזער שיינדעלע 
כלה ווי סאָסנע בוים,
נחת אין די ביינדעלעך!

אַצינד ביסטו באָבע שוין
און האָסט צענדליק אייניקלעך,
דו קושט זיי און דו זיפצסט דערביי:
ס'איז ווייניקלעך, ס'איז ווייניקלעך...

מיין טייער היימעלע,
דיין יעדער ביימעלע,
דיין יעדער שטיינדעלע
איז מלא־חן!

די שענסטע מויערן
מיר וועלן בויען דיר,
מיר וועלן צירן דיך,
מיין היימעלע,
מיין היים..!