Friday, September 09, 2005

האַ

YOYSEF


האַ?

פאָטער האַרציקער,
טוטס אַ שליידער אויף אונדז
די עלטער,
ווי דעם ווינטער אין ירושלים –
גלייך דיינע הימלען
וואָלסטו אַ שניט געטאָן
מיט אַ שאַרפן בליץ
אין ביינאַכטיקע פענצטער
פון פאַרשלאָפענע הייזער...

זי קומט, די עלטער,
מיט געוואוי און געדריי
פון ווינט און פון שניי –
אַן אמתער מבול!

אַ מבול!

אָבער מ'זעט נאָך דערוויילע ניט
די לכטיק־ווייסע טויב
מיטן לאָרבער־צווייגעלע
אין שנעבעלע!

ס'לוינט זיך אפשר אויסוואַרטן,
אַביסעלע,
האַ?



Yerusholayim

0 Comments:

Post a Comment

<< Home