Wednesday, September 30, 2015

?צי געדענקסטו




צי געדענקסטו?

ווערטער: יוסף קערלער
מוזיק: לב )לייב) קאָגאַן
זינגט: בנימין חייטאָווסקי (כאַיאַטאַוסקאַס(
רעקאָרדירט אין מאָסקווע 1964


אָט־דאָ האָב איך אין גרינעם וואַלד
געטראָפן דיך, מיין טייבעלע,
געפלאַטערט האָט אין מיר דאָס האַרץ
צי וועסטו זיין מיין ווייבעלע?

פון יענעם טאָג פאַריבער איז
אַזוי פיל יאָר פון פרייד און לייד
און טקע דאָ און טקע דאָ,
דערמאָנען מיר זיך שטילערהייט...

דאָס טייער' שטעטעלע
פון בלויז טרעטעלע,
באַרג ביים ברונעמל,
שטילע שעה 

און די לבנה שיינט
נאָר זי קאָן עדות זיין
ווען דו האָסט שעמעוודיק
רויסגעשעטשעט: יאָ.

אָט־דאָ האָט אונדזער דודל
געלערנט אויפן פידעלע 
געדענקסטו, ווי ער האָט פאַר אונדז
שפּיל געטאָן דאָס לידעלע?

פון דאַנען איז אַמאָל אַוועק
אין שלאַכטן אונדזער שמערעלע,
און האָט זיך מער ניט אומגעקערט,
געפאַלן ווי שטערנדל...

מיין טייער היימעלע 
אין יעדער ביימעלע,
אין יעדער שטיינדעלע
איז אונדזער בלוט.

ווי אונדזער אויג אין קאָפּ
מיר היטן טריי דיך אָפּ
זאָל זיין מיין היימעלע,
זאָל שטענדיק זיין דיר גוט!

אָט־דאָ האָט מען די חתונה
געפּראַוועט אונדזער שיינדעלע 
כלה ווי סאָסנע בוים,
נחת אין די ביינדעלעך!

אַצינד ביסטו באָבע שוין
און האָסט צענדליק אייניקלעך,
דו קושט זיי און דו זיפצסט דערביי:
ס'איז ווייניקלעך, ס'איז ווייניקלעך...

מיין טייער היימעלע,
דיין יעדער ביימעלע,
דיין יעדער שטיינדעלע
איז מלא־חן!

די שענסטע מויערן
מיר וועלן בויען דיר,
מיר וועלן צירן דיך,
מיין היימעלע,
מיין היים..!